הילף און שטיצע אױף ייִדיש : אױספֿילן דעם צענזוס אױף פּאַפּיר

צו בעטן אַז מען זאָל אײַך שיקן אַ פּאַפּיר־צענזוס־פֿאָרמולאַר אין דער פּאָסט, רופֿט אונדזער אומזיסטע שפּראַך־הילף־ליניע אױף 0800 587 2021 צו רעדן מיט עמיצן אױף ייִדיש.

Important information:

איר מוזט אױספֿילן דעם צענזוס־פֿאָרמולאַר אױף ענגליש. איר קענט אױך ענטפֿערן אױף װעלשיש אױב איר װױנט אין װײלז.

נאָך עמיצער קען אױספֿילן דעם צענזוס פֿאַר אײַך אָדער אײַך העלפֿן אױב איר קענט עס אַלײן נישט טאָן.

װעגװײַזערס פֿאַרן הױזגעזינד־פֿרעגבױגן

איר קענט אַראָפּלאָדן אַ ביכל אױף ייִדיש עס זאָל אײַך העלפֿן אױסצופֿילן דעם צענזוס אױף פּאַפּיר. דאָס ביכל האָט אַן איבערזעצונג פֿון יעדער צענזוס־פֿראַגע און מער אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם צענזוס אױף ייִדיש.

אױב איר װױנט אין װײלז, איז פֿראַגע 17 אַ צוגאָב־פֿראַגע אין דעם צענזוס־פֿאָרמולאַר װאָס איז נישט איבערגעזעצט געװאָרן אין דעם װעגװײַזער פֿאַרן הױזגעזינד־פֿרעגבױגן.

Important information:

איר מוזט שרײַבן אײַערע ענטפֿערס אױפֿן פּאַפּיר־צענזוס־פֿאָרמולאַר, נישט אין דעם װעגװײַזער.