הילף און שטיצע אױף ייִדיש : איבערבליק

װאָס איז דער צענזוס?

דער צענזוס איז אַן אױספֿרעג װאָס קומט פֿאָר יעדע 10 יאָר און גיט אונדז אַ בילד פֿון אַלע מענטשן און הױזגעזינדן אין ענגלאַנד און װײלז. דער קומענדיקער צענזוס קומט פֿאָר דעם 21סטן מאַרץ 2021.

די אינפֿאָרמאַציע װאָס איז געזאַמלט פֿונעם צענזוס העלפֿט צו פּלאַנירן און באַצאָלן פֿאַר עפֿנטלעכע באַדינונגען אין אָרטיקע געגנטן, אַרײַנגערעכנט שפּראַך־באַדינונגען. צום בײַשפּיל, דאַרף דער NHS מעגלעך צושטעלן מינדלעכע און שריפֿטלעכע איבערזעצונג־באַדינונגען אין געװיסע רעגיאָנען.

The Office for National Statistics (דער אָפֿיס פֿון נאַציאָנאַלער סטאַטיסטיק) (ONS) פּלאַנירט און פֿירט מיטן צענזוס אין ענגלאַנד און װײלז.

װער דאַרף אױספילן דעם צענזוס

דער צענזוס שטעלט פֿראַגעס װעגן אײַך און אײַער הױזגעזינד, און עס איז װיכטיק אַז יעדער אײנער אין ענגלאַנד און װײלז זאָל אָנטײל נעמען.

Warning:

איר מוזט אָנטײל נעמען אין דעם צענזוס לױטן געזעץ

עס איז אַ פֿאַרברעכן צוצושטעלן פֿאַלשע אינפֿאָרמאַציע אָדער נישט נעמען קײן אָנטײל אינעם צענזוס, און איר קענט באַקומען אַ געלטשטראָף פֿון ביז צו £1,000. עטלעכע פֿראַגעס זײַנען קלאָר באַצײכנט אַלס פֿרײַװיליקע. עס איז ניט קײן פֿאַרברעכן אױב איר װעט אױף זײ נישט ענטפֿערן.

אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע איז באַשיצט פֿונעם געזעץ און װעט געהאַלטן װערן קאָנפֿידענציעל

מענטשן װעלכע בלײַבן אין דעם פֿאַראײניקטן קיניגרײַך װײניקער װי דרײַ חדשים

איר זײַט נישט פֿאַראַנטװאָרטלעך אָנטײל צו נעמען אינעם צענזוס אױב איר בלײַבט אין דעם פֿאַראײניקטן קיניגרײַך װײניקער װי דרײַ חדשים. דער אײגנטימער פֿון דער װױנונג װוּ איר שטײט אײַן װעט אײַך מעגלעך שטעלן עטלעכע פֿראַגעס כדי ער זאָל קענען ענטפֿערן אױף די צענזוס־פֿראַגעס װעגן די מענטשן װאָס שטײען אײַן אין דעם הױזגעזינד.

װען מען זאָל אױספֿילן דעם צענזוס

אַלע הױזגעזינדן דאַרפֿן אױספֿילן דעם צענזוס זונטיק, דעם 21סטן מאַרץ 2021 אָדער װי אַמשנעלסטן נאָך דעם. אױב איר האָט געענטפֿערט פֿריער פֿון דעם 21סטן מאַרץ און עפּעס האָט זיך געענדערט, קענט איר לאָזן אונדז װיסן.

אײַערע אומשטאַנדן האָבן זיך געקענט ענדערן במשך דער קאָראָנאַװירוס־פּאַנדעמיע. ענטפֿערט אױף אַלע פֿראַגעס לױט אײַער יעצטיקער סיטואַציע.